יום הש"ס ◾ ד' תמוז תשפ"ד ◾ מיטוואך חקת ◾ 7.10.24
אברהם זינגער
$1,800
RAISED OF $3,600 GOAL
DONATE TO MY GOAL

תורת חיים ואהבת חסד.
אין סגולה כתורה. ס'נישט פארהאן קיין שטערקערע סגולה אין די וועלט ווי די סגולה פון די תוה"ק. מסיים זיין גאנץ ש"ס האט א געוואלדיגע כח, לערען תורה ברבים מאכט דעם כח נאך פיל שטערקער, לערנען תורה ברציפות איז דאך די העכסטע דרגה פון לימוד התורה.


יעצט שטעלט אייך פאר ווען מען לייגט די אלע דריי צוזאם, און 600 לומדים נעמען זיך צוזאם צו ענדיגן גאנץ ש"ס אין פינף שעות רצופות, איז דאך ברור כשמש אז דער כח פון דעם איז בוקע רקיעים.


טאקע דערפאר האט עי. טיים ארגאניזירט דעם יום הש"ס דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת חקת ד' תמוז, צו שענקען דעם געוואלדיגן זכות פאר די הונדערטער פארפעלקער וואס זענען נאך נישט געהאלפן געווארן מיט קיין זרעא חיא וקיימא, און באקומען הילף פון עי. טיים צו דערלעבן זייער לעבנסוואונטש.


איך האב ב"ה די זכי' צו זיין א חלק פון דעם הייליגן אונטערנעמונג, און אוועקגעבן לאנגע טעג און וואכן זיך צוצוגרייטן צום גרויסן טאג ווען איך וועל אינאיינעם מיט די 600 לומדים מסיים זיין גאנץ ש"ס.

את אחי אנכי מבקש!
דעריבער בעט איך אייך טייערע חברים און בני משפחה, נעמט א חלק מיט מיר אין דעם געוואלדיגן זכות, לייגט צו א פלייצע ארויסצוהעלפן אחב"י הנתונים בצרה ומצפים לישועת ה' דורך ספאנסארן א זכות און מנדב זיין שיינע סכומים לכבודי.


אייער נדבה וועט זיין א געוואלדיגע חיזוק פאר מיר, און נאך מער פאר די פארפעלקער וואס ווארטן בכליון עינים אויפגעראכטן צו ווערן מיט לעכטיגע קינדערלעך בקרוב.


די געוואלדיגע זכות התורה, און זכות המצוה וועט אייך זיכער באגלייטן לעד ולעולמי עולמים געבענטשט צו ווערן בכל משאלות לבכם לטובה אמן.

SLOT 150
קידושין
מדף סה. עד דף עד. ממשנה עד משנה
Order By:

$1,800
Sponsoring
קידושין פרק ג'
CE - E - 08/27/2024 16:24
Avrumi Singer
Tel: 718-871-9000
Fax: 718-FAX-1234
Email: yomhashas@atime.org
bottom logo
ATIME Yom HaShas
4806 13th Avenue #201
Brooklyn NY 11219